To download a .pdf of the poetry, click on the link below:
Original Yiddish poetry by Susan Edagbami and Paul Birt (University of Ottawa)
שושנה עדאַגבאַמי, מײַן ייִדישע נשמהלע
איך האָּב אַ ייִדישע נשמהלע.
עטלעכע מענטשן ווייסן ניט וועגן איר,
אַנדערע מענטשן פֿאַרשטייען זי ניט,
און אַנדערע מענטשן וועלן זי קיין מאָל ניט אָננעמען.
זי וועט זיי קיין מאָל ניט געפֿעלן,
אָבער דאָס אַרט מיך ניט.
די ייִדישע נשמהלע איז מײַנע.
עס איז דאָ אַ פּינטעלע ייִד אין מיר,
און דאָס וואָס מײַן ייִדישע נשמהלע זאָגט מיר איז אמת.
ייִדיש איז ניט ‘דזשיבריש‘ אָדער ‘סווידיש‘ אָדער ‘גריניש‘ אָדער ‘בידיש.‘
ייִדיש איז די שפּראַך וואָס עס רעדט מײַן ייִדישע נשמהלע.
און אין דעם אָרט בסוד און נאָר מיר באַקאַנט
קען מיט דער צײַט ניט פּאָליטיק, ניט אונגערעכטיקייט
הרגענען מײַן ייִדישע נשמהלע.
זי וועט לעבן אויף אייביק
שאול בערט, דער פּעדלער
דער פּעדלער קומט מיט זײַנע ווערטער
אַ בדחן מיט זײַנע באַלאַדן.
אַ מאָל, אַ מאָל האָבן מיר אים געקושט
אָבער הײַנט זײַנען די גרינע פֿעלדער שוואַרץ
שושנה עדאַגבאַמי לערנט זיך שפּאַניש אין אָטאַווער-אוניווערסיטעט
שאול בערט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון קעלטישע לימודים אין אָטאַווער-אוניווערסיטעט